קאליפארניע – דער קאראוואן פון צענטראל-אמעריקאנער אימיגראנטן, וועלכע רוקט זיך שוין פאראויס אין מעקסיקא עטליכע וואכן, איז ערווארטעט היינט אדער מארגן אנצוקומען צו דער גרעניץ מיט אמעריקע, און די אימיגראנטן זאגן אז זיי וועלן פרובירן אריבערצוגיין די גרעניץ און אריינקומען קיין אמעריקע. די פעדעראלע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר די מיטגלידער פונעם קאראוואן, אז זיי זאלן זיך נישט וואגן אריינצוקומען, און אויב יא וועלן זיי אויסשטיין באלדיגע ארעסט און עווענטועלע דעפארטאציע, אבער די אימיגראנטן זאגן אז זיי וועלן בעטן צו באקומען פליטים-סטאטוס, זאגנדיג אז זיי זענען אריגינעל אנטלאפן פון זייערע היימלענדער על-סאלוואדאר, האנדורעס און גואטאמאלא, וואו זיי שטייען אויס טויט-געפארן פון גענגס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל