וואשינגטאן – דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו, האט געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ האט מסכים געווען אויפצונעמען דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, פאר אן אפיציעלן באזוך און געשפרעכן אין ווייסן הויז. טראמפ'ס איינלאדענונג איז געקומען בשעת ער האט גערעדט טעלעפאניש מיט פוטין עטליכע וואכן צוריק, אים צו גראטולירן פאר'ן געווינען ווידערוויילונג.

לעווראוו זאגט אז פוטין האט אקצעפטירט טראמפ'ס איינלאדענונג, און אז טראמפ האט געזאגט פאר פוטין אז ער וואלט געווען פרייליך צו פארן קיין מאסקווע פאר א באזוך מיט פוטין דארטן. קיין דעטאלן פון די ביידע באזוכן זענען דערווייל נאכנישט אויסגעארבעט געווארן, אבער עס וועט זיין דאס ערשטע מאל זינט יאר 2013 וואס אן אמעריקאנער פרעזידענט וועט באזוכן דארטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל