די ירושלימ'ער שטאטראט האט געמאלדן, אז זי איז געקומען צו א פארשטענדעניש וועגן א פלאץ וואוהין די גואטאמאלא אמאבאסאדע וועט זיך אריבערציען דעם קומענדיגן מאי 16.

דער באריכט איז געקומען נאך דעם וואס דער ירושלימער מעיאר, ניר בארקאט, האט זיך געטראפן מיט דער גואטאמאלישער אמבאסאדארשע דורכצושמועסן די פרטים.

גואטאמאלא איז דאס צווייט לאנד אריבערצופירן איר אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, נאך דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אריבערצופירן די אמעריקאנער אמבאסאדע מיט צוויי טעג פריער, מאי 14.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל