ניו יארק – עקספערטן ווארענען אז ניו יארק סיטי איינוואוינער זאלן זיך גרייטן פאר נאך א זומער מיט גאר ערנסטע טרעוול פראבלעמען ווען עס קומט צום סאבוועי סיסטעם. פאראיאר האט מען געליטן פון ערנסטע פארשפעטיגונגען, איבערגעמאכט סקעדזשולס און געטוישטע באן ליניעס, אלס רעזולטאט פון אן אכט-וואכיגן פראיעקט איבערצופרישן "פען סטעישאן", און אויב האט מען געהאפט אז היי יאר זומער וועט זיין אנדערש, האט עמטרעק נעכטן געמאלדן אז זי וועט אין די נאנטע וואכן אנהייבן א פארריכטונג פראיעקט ביי עטליכע סטאנציעס. די ארבעט וועט אנגיין ביים "עמפייער טונעל", "ספייטען דעוויל ברידזש" און "טרעק 19" אינעם "פען סטעישאן", אפקאסטנדיג 45 מיליאן דאלער, און אפעקטירנדיג טויזנטער רייזנדע.


Post a Comment