פאקיסטאן – מען האט געהערט נעכטן אז די פאקיסטאנער טורמע אויטאריטעטן האבן טראנספערירט דאקטער שאקיל אפרידי פון דער טורמע וואו ער זיצט אויף הארבע פארראט קלאגעס אין פעשאוואר, צו א טורמע אין ראוואלפינדי, נאענט צו דער הויפטשטאט איסלאמאבאד. דאקטער אפרידי זיצט אין טורמע פאר'ן העלפן די סי-איי-עי מיט'ן זאמלען די-ען-עי באווייזן און אנדערע אינפארמאציע אין די מאנאטן בעפאר דער סוקסעספולער אפעראציע פון כאפן און אומברענגען אסאמא בין לאדין. זיין ארעסט אויף פארראט קלאגעס, איז שוין לאנג פארדאמט געווארן דורך דער אמעריקאנער רעגירונג, און יעצט אז דאקטער אפרידי איז טראנספערירט געווארן פון דער טורמע וואו ער זיצט שוין זינט יאר 2011, האט דאס געברענגט האפענונג און שמועות אז ער וועט באפרייט ווערן, אונטער דרוק פון דער טראמפ אדמיניסטראציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל