די רעפובליקאנער וועלכע שטייען אין שפיץ פון די קאנגרעסיאנעלע שפיאנאזש קאמיטע וועלכע האט זיך באפאסט מיט אן אויספארשונג אין די לעצטע מאנאטן איבער די פארלאפענע וואלן האט היינט ארויסגעגעבן איר באריכט איבער די אויספארשונג אין וועלכע זי קומט צו די באהויפטונג אז עס איז נישט פארהאן קיין באווייזן אז די טראמפ קאמפיין האט געארבייט מיט די רוסן צו מאניפולירן די אויסגאנג פון די פרעזידענטליכע וואלן.

די 253 זייטיגע דאקומענט ברענגט אן אויספירליכע איבערזיכט פון די צענדליגע פערזענליכקייטן וועלכע האבן אויפגעטרעטן פאר די קאמיטע, און וועלכע זענען פארהערט געווארן דורך די קאמיטע, אריינגערעכנט אמעריקאנער רעגירונג און שפיאנאזש באאמטע, און קומט צו די אויספירליכע מסקנה אז די באשולדיגונג אז די טראמפ קאמפיין האט געארבייט מיט די רוסן איז אומבאגרינדעט.

פרעזידענט טראמפ האט שטארק באגריסט דעם באריכט, אבער די דעמאקראטישע מיטגלידער אינעם קאמיטע טוען ברויזן און זאגן אז די באריכט איז פאליטישע גענויגט, און האבן ארויסגעגעבן אן אייגענעם באריכט פון 98 זייטן אין וועלכע זיי וויקלן אויף זייער אייגענע באשלוס אז עס איז יא דא א באזיס פאר אן ערנסטע אויספארשונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל