ריק סקאט, דער רעפובליקאנער גאווערנער פון פלארידע האט היינט געמאלדן אז ער טרעט אריין אינעם מיד-טוירם פארמעסט און וועט לויפן פאר סענאט אין א פרואוו צו ערזעצן דעם דעמאקראטישן סענאטאר ביל נעלסאן פון פלארידע, א זאך וואס געט בעסער האפענונג פאר די רעפובליקאנער צו אנהאלטן קאנטראל אין סענאט נאכדעם וואס פילע אנקעטעס צייגן אז זיי האבן ערנסטע שאנסן צו פארלירן קאנטראל אינעם סענאט.

סקאט האט גענוצט אן אומפארטייאישן טאן ביים מעלדן זיין קאנדידאטור זאגנדיג ״וואשינגטאן איז מיד און פארקריפלט פון א אלטמאדישע וועג פון טראכטן, און ביידע פארטייען זענען שולדיג דערין״ און געזאגט אז ער זוכט צו גיין קיין וואשינגטאן דאס צו פארריכטן.

די רעפובליקאנער האבן א שמאלע אויבערהאנט אין סענאט, און קענען פארלירן קאנטראל מיט בלויז 2 זיצן, אבער אויך דעמאקראטן האבן נישט קיין גרינגע פעלד, און וועלן דארפן פארטיידיגן ארום 10 דעמאקראטישע זיצן אין שטאטן וועלכע טראמפ האט געווינען אין 2016. וואס רעכנט אריין דאס זיץ פון נעלסאן אין פלארידע. די פארמעסט איז געשאצט צו זיין דאס מערסט קאסטבארע און היציגע קאמפיין אין די מיד-טוירם וואלן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל