פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער וועט אין די קומענדיגע טעג פאסן א באלשוס וויאזוי צו רעאגירן צו די לעצטע כעמישע אטאקע פון די אסאד רעזשים קעגן ציווילע בירגער, אן אטאקע וואס ער האט אנגערופן ברוטאל און שוידערליך, און ווי עס שיינט טוט די אדמיניסטראציע דאסמאל באטראכטן צו אטאקירן אין סיריע אינאיינעם מיט נאך איליאירטע לענדער צו שיקן א מעסעדש צו סיריע אז די אינטערנאציאנאלע געמיינדע וועט נישט טאלערירן אזעלכע אטאקעס.

אין פראנקרייך האט דער פרעזידעטליכע פאלאץ געזאגט אז פרעזידענט מאקראן האלט אפ געשפרעכן מיט פרעזידענט טראמפ און פרעמיער מינסטארשע מעי פון ענגלאנד איבער א רעאקציע, פרעזידענט מאקראן האט שוין מיט א צייט צוריק געזאגט אז אויב וועט אסאד נוצן כעמישע וואפן וועט פראנקרייך זיך אריינמישן און די אסאד רעזשים וועט צאלן א פרייז.

דערווייל טוען סיי רוסלאנד און סיי סיריע זיך האלטן ביי זייער שטעלונג אז די כעמישע אטאקע איז ארקעסטרירט דורך די רעבעלן צו פראוואקירן א אינטערנאציאנאלע אטאקע קעגן אסאד, און האבן געזאגט אז זיי זענען גרייט צו אריינלאזן אינטערנאציאנאלע אינספעקטארס צו פארשן ווער עס שטייט אונטער די אטאקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל