די אמעריקאנער און בריטישע רעגירונגען און שפיאנאזש דינסט האבן זיך צום ערשטן מאל פאראייינגט אין א זעלטענע עפנטליכע סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן געווארנט אז די רוסישע רעגירונג האלט אן מיט א מאסיווע גלאבאלע סייבער אפעראציע צו אינפילטרירן מיליאנען פריוואטע און קאמערציעלע קאמפיוטער סיסטעמען. דאס ווייסע הויז ווארטזאגער האט געזאגט אז דאס איז נישט פארבינדען מיט די לעצטע געשעענישן אין סיריע נאר איז א רעזולטאט פון א פארצויגענע געמיינזאמע אויספארשונג פון אמעריקע און ענגלאנד וועלכע זענען דערגאנגען אז רוסלאנד שטייט אונטער א מאסיווע אפעראציע צו אריינדרינגען אין מיליאנען קאמפיוטערס איבער די וועלט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל