מ'פלאנירט אנטי-טראמפ ראליס
וואשינגטאן – ליבעראלע אקטיוויסטן האבן אנגעהויבן ארגאניזירן מאסיווע ראליס און פראטעסטן, וואס וועלן פארקומען קעגן פרעזידענט טראמפ, אין פאל ער נעמט שריט ארויסצואווארפן ראבערט מוללער אדער דעם דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין, וועלכע פירן אינאיינעם די רוסלאנד אויספארשונג. די "מאוו אן" ארגאניזאציע האט אנגעהויבן ארגאניזירן פראטעסטן, אונטער'ן נאמען "קיינער איז נישט העכער'ן געזעץ", וואס וועלן פארקומען אין אלע פופציג סטעיטס ווי נאר מוללער אדער ראזענסטיין ווערן ארויסגעווארפן, און דערווייל האבן שוין נאענט צו א האלבן מיליאן מענטשן זיך איינגעשריבן און פארפליכטעט אנטיילצונעמען.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל