ווילנא – דער פארלאמענט אין ליטע האט אויפגעברענגט א געזעץ, וועלכע וועט פארבאטן צו פובליצירן ביכער און ארטיקלען וואס טוען קריטיקירן ליטע׳ס היסטאריע, אריינגערעכנט איבער ליטע׳ס ראלע אינעם האלאקאוסט. דער געזעץ פארשלאג איז אין רעאקציע צו די בוך ״אונזערע מענטשן״ וועלכע איז פובליצירט געווארן מיט צוויי יאר צוריק אין ליטע, אין וועלכע עס ווערט ארויסגעברענגט מיט קלארע פאקטן און דעטאלן וויאזוי ליטווישע רשעים האבן געשפילט א הויפט ראלע אין דערמארדן ניינציג פראצענט פונעם ארטיגן אידנטום ביים צווייטן וועלט קריג. דער געזעץ פארשלאג איז ענליך צו דעם לעצטיגן קאנטראווערסיאלן פוילישן האלאקאוסט געזעץ.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל