די באגעגעניש צווישן די פירער פון די צוויי קארעאס איז ערווארטעט צו ווערן אפגעהאלטן מארגן, ווען קים יאנג אן וועט זיין דער ערשטער נארט קארעאר פירער אין היסטאריע צו אריבערשפרייזן דעם גרעניץ קיין סאוט קארעא, וואו ער וועט זיך טרעפן מיט׳ן פרעזידענט דזשעי-אין מאָן אינעם דע-מיליטאריזירטע זאנע צווישן די צוויי לענדער, אבער אריבער דעם גרעניץ.

דאס איז דאס דריטע מאל וואס די פירער פון די צוויי לענדער טרעפן זיך צונויף אויף שלום געשפרעכן. די לעצטע צוויי מאל זענען געווען אין 2000 און אין 2007, ווען דער פאטער פונעם יעצטיגן דיקטאטור איז נאך געווען ביים לעבן, אבער עס איז דאס ערשטע מאל וואס די געשפרעכן קומען פאר אויפ׳ן קארעאר האלב-אינזל.

אין אנדערע נייעס האט פרעזידענט טראמפ היינט געזאגט אז דער נייער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאפמעאו האט אריגינעל נישט געפלאנט זיך צו טרעפן מיט׳ן פירער קים יאנג אָן, און עס איז געווען אן אומגעראכטענע אנטוויקלונג ווען די ארטיגע באאמטע האבן אראנזשירט דעם באגעגעניש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל