פארשטייט זיך אז אפדעיטס איבער ראבערט מוללער'ס רוסלאנד אויספארשונג זענען אויך געווען איבער יום טוב...
דער וואשינגטאן פאוסט האט באריכטעט אז מוללער האט געזאגט פאר פרעזידענט טראמפ'ס לויערס, אז דערווייל איז דער פרעזידענט נישט קיין קרימינאלער ציל פון דער רוסלאנד אויספארשונג, נאר איז בלויז עמיצער אין וועמען מוללער איז פאראינטערעסירט. דאס באדייט אז דערווייל האט מוללער מעגליך נאכנישט גענוג באווייזן ארויסצושטעלן קיין קרימינאלע קלאגעס קעגן פרעזידענט טראמפ. לויט'ן באריכט, האט דאס מוללער געזאגט פאר טראמפ'ס לויערס, אלס טייל פון די אנגייענדיגע פארהאנדלונגען צווישן מוללער און די לויערס, איבער סקעדזשועלן א פארהער אויפ'ן פרעזידענט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל