פראנקרייך – א אידישער בית החיים נעבן פאריז איז וואנדאליזירט געווארן דורך א פארשוין וועלכער האט אומגעווארפן און געשעדיגט אכט מציבות. דער אינצידענט האט געברענגט לייכטע שאדנס פאר'ן בית החיים אין דער שטאט סאן דעניס, און די פאליציי פארדעכטיגן אז א יוגענטליכע שווארצע פרוי, וועלכע פלעגט געזען ווערן אפט זיך דרייען אינעם בית החיים, האט דורכגעפירט דעם וואנדאליזם. סעמי גוזלאן, א לאקאלער אידישער אקטיוויסט, האט געזאגט אז עס איז נישט קלאר צי דער וואנדאליזם איז געווען געצילט מיט אנטיסעמיטישע מאטיוון, אבער די לאקאלע אידישע איינוואוינער זענען זייער באזארגט, נאכדערצו אז ס'קומט אין דער צייט פון אנדערע ענליכע אנטיסעמיטישע אטאקעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל