עלילת דם פסח תשע"ח! דאס יהדות החרדית פון איבער דער גארער וועלט איז אויפגעשוידערט און צושטורעמט, נאכדעם וואס די רשעי הציונים האבן ארעסטירט א חרדי'שע טאטע און מאמע, וועמענס פיצל קינד איז ליידער אוועק פון דער וועלט נאכ'ן זיך דערטרענקען מאנטאג חוה"מ אין אשדוד, ארץ ישראל. די אויטאריטעטן האבן באלד פארכאפט דאס קינד און ארעסטירט די עלטערן, טראץ וואס אלע באווייזן האבן געצייגט אז די עלטערן זענען גארנישט שולדיג אינעם אומקום פונעם קינד, און דערצו האבן זיי געהאלטן די עלטערן ווייטער אונטער ארעסט, און דאס קינד ליידער געשניטן רח"ל. דאס האט געפירט צו מאסיווע הפגנות און מחאות לענגאויס ארץ ישראל, און א שטורמישע לוי' דאנערשטאג ערב שביעי של פסח. היינטיגן זונטאג אסרו חג דערווארט מען א געריכט פראצעס איבער די עלטערן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל