קאליפארניע – א יוגענטליכער אין קאליפארניע איז אנגעקלאגט געווארן, פאר׳ן סטראשען אומצוברענגען אידן, וואס לויט די פראקורארן, האט ער געהאט ביי זיך א ליסטע מיט נעמען און אנווייזונגען וויאזוי ער גייט דאס דורכפירן. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 26 יעריגער ניקאלעס ראוס, פון איירווין, קאליפארניע, וואס האט געהאט ביי זיך א ליסטע פון נעמען פון פראמינענטע אידן אין קאליפארניע, און ער האט געזאגט פאר זיינע ארומיגע פריינט און פאמיליע מיטגלידער אז ער גייט אומברענגען אידן. א פאמיליע מיטגליד האט אלארמירט די פאליציי נאכ'ן הערן די ווערטער פון ראוס, און ווען די פאליציי האבן אים ארעסטירט, האבן זיי טאקע געפונען ביי אים די ליסטע און אויך א הויפן קוילן פאר א גאן. ער איז געברענגט געווארן אין געריכט, וואו ער איז געקלאגט געווארן אויף עטליכע פארברעכנס, אריינגערעכנט האס פארברעכן, אבער ער האט זיך דערקלערט אומשולדיג אויף אלע קלאגעס.


הוסף רשומת תגובה