וואשינגטאן – די סי-איי-עי האט אין די יעצטיגע טעג ארויסגעגעבן א מעמא, אין וועלכע עס ווערט ארויסגעברענגט אז דזשינע העספעל, וועמען טראמפ האט נאמינירט צו דינען אלס זיין נייער סי-איי-עי דירעקטאר, איז שוין יארן צוריק ריינגעוואשן געווארן פון ספעציפישע באשולדיגונגען קעגן איר.

העספעל שטייט אויס קריטיק אין קאנגרעס, איבער איר ראלע אין די אומלעגאלע פייניגונגען פון טעראר ארעסטאנטן נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און ספעציפיש קריטיק פאר'ן העלפן פארניכטן רעקארדירונגען ארום די פייניגונגען – וואס דעריבער האבן פילע דעמאקראטן, און אויך עטליכע רעפובליקאנער, געזאגט אז זיי וועלן נישט באשטעטיגן איר נאמינאציע. למעשה האט די סי-איי-עי אפגעשיקט דעם מעמא פאר קאנגרעס, וואס איז ביז יעצט געווען קלאסיפייד, אין וועלכע עס ווערט ארויסגעברענגט אז העספעל איז שוין לאנג צוריק ריינגעוואשן געווארן פון סיי וועלכע מיסברויכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל