בערלין – דייטשע פראקורארן האבן נעכטן אריינגעגעבן מארד קלאגעס קעגן א 94 יעריגן געוועזענער עס-עס וועכטער אינעם אוישוויץ לאגער. די קלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן אין א געריכט אין סטוטגארד, אבער די פראקורארן האבן נישט ארויסגעגעבן יענעמ'ס אידענטיטעט, וויבאלד ער איז געווען ניינצן יאר אלט בשעת'ן דינען אין נאצישן מיליטער, און דעריבער ווערט ער אצינד פראצעסירט ווי גלייך ער איז ווען א יוגנטליכער און זיין נאמען מוז געהאלטן ווערן אין געהיים. די פראקורארן זאגן אז דער פארשוין האט געארבעט אין אוישוויץ אנגעהויבן פון אינמיטן 1942 און געענדיגט אינמיטן 1943, און אין די מאנאטן וואס ער האט זיך דארטן געפונען אלס וועכטער, זענען 13,335 אידן אומגעקומען על קידוש השם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל