מאנהעטן – דאס פאטאלע פייער וועלכע האט אויסגעבראכן שבת אין טראמפ טאוער, קאסטנדיג דאס לעבן פונעם איינוואוינער אין דער אפארטמענט וואו דאס פייער האט זיך אנגעהויבן, האט שוין געברענגט שריט אינערהאלב דעם ניו יארק סיטי קאונסיל. מען האט געהערט פונעם קאונסילמאן ראבערט קארנעגי דזשוניאר, וועלכער זאגט אז עס איז וויכטיג אז מען זאל רעפארמירן דאס 999' געזעץ, וועלכע האט פארלאנגט אז אלע סיטי געביידעס זאלן האבן ספרינקלער סיסטעמען, אז עס זאל אויך ארויפגיין אויף געביידעס וועלכע זענען געבויעט געווארן איידער דאס געזעץ איז אריין אין אפעקט, וואס ביז היינט זענען די עלטערע געביידעס געווען אויסגעשלאסן פונעם געזעץ. אויך האט מען נעכטן געהערט פון די פייער באאמטע, אז דער אפארטמענט האט נישט געהאט קיין סמאוק דעטעקטאר.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל