נאך צוויי גאנצע יאר, איז דער וואסער קריזיס אין פלינט ענדליך פאריבער. די סטעיט אויטאריטעטן אין מישיגען האבן דערקלערט, אז זיי וועלן מער נישט צושטעלן אומזיסטע פלעשלעך וואסער פאר אלע איינוואוינער פון דער שטאט פלינט. פאר נאענט צו צוויי יאר, האבן טעסטן פון די פלינט וואסער סופליי געצייגט, אז עס זענען דא הויכע שטאפלען פון געפארפולע בליי, און געזונטהייט אויטאריטעטן האבן געווארנט נישט צו טרינקען פון די וואסער, נאר אנשטאט האט די סטעיט צוגעשטעלט געבאטלטע וואסער אומזיסט. ביי די לעצטע פאר טעסטן זענען זיי צוריקגעקומען אלס ריין פון בליי, און דעריבער האבן די מישיגען אויטאריטעטן דערקלערט דעם פלינט וואסער קריזיס אלס פאריבער, און די סטעיט וועט אויפהערן צושטעלן די אומזיסטע וואסער.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל