וואשינגטאן – א סעריע פרישע אנקעטעס צייגן קלאר, אז די דעמאקראטישע פארטיי פארלירט מאמענטום, אינדערצייט וואס מען רוקט זיך נענטער צו די מידטוירם וואלן אין נאוועמבער. איין אנקעטע וועלכע ברענגט ספעציפיש-נעגאטיווע נייעס פאר די דעמאקראטן, איז א "וואשינגטאן פאוסט/עי-בי-סי ניוז" אנקעטע פון נעכטן, וועלכע צייגט אז די דעמאקראטן האבן בלויז א 4 פראצענט אויבערהאנט העכער די רעפובליקאנער, וואס איז דראסטיש ווייניגער ווי די צוועלף פראצענט אויבערהאנט וואס זיי האבן געהאט ביי דער זעלבער סארט אנקעטע מיט בלויז דריי מאנאטן צוריק. אויך צייגט די אנקעטע אז דער ענטוזיאזם ביי רעפובליקאנער און דעמאקראטישע וויילער אין בעפארברייטונג צו די מידטוירם וואלן, איז גלייך אויף גלייך, אנדערש ווי ביז יעצט וואס א מערהייט רעפובליקאנער זענען בכלל נישט געווען ענטוזיאסטיש צו די וואלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל