אין א פרואוו צו צייגן אז די יוסטיץ דעפארטמענט איז איינזייטיג קעגן טראמפ און זיינע מענטשן האבן א רייע רעפובליקאנער געזעצגעבער אונטערגענומען אין די לעצטע טעג א קאמפיין צו דרוקן די יוסטיץ דעפארטמענט צו אונטערנעמען א פרישע אויספארשונג קעגן קלינטאן, און אזו אויך קעגן דעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דשעימס קאומי. און נאך א צאל מענטשן וועמען פרעזידענט טראמפ גלייכט נישט.

אין א בריוו פון ארום צען רעפובליקאנער געזעצגעבער שרייבן זיי צום אטוירני דשענעראל אז ער זאל עפענען א אויספארשונג איבער די מעגליכקייט אז דשעימס קאומי האט ארויסגעגעבן פאר די פרעסע קלאסיפיצירטע אינפארמאציע, קעגן די געוועזענע אטוירני דשענעראל ארעטע לינטש פאר׳ן אנגעבליך שליסן אן אפמאך מיט ביל קלינטאן צו שליסן די אימעיל אויספארשונג, קעגן דעם געוועזענעם דעפיוטי דירעקטאר ענדרו מקעיבי, און קעגן די געוועזענע אטוירני דשענעראל סעלי יעיטס און נאך א רייע באאמטע.

די צד השווה פון די אלע איז אז פרעזידענט טראמפ האט זיי באוואשן אויף טוויטער און אויסגעדריקט זיין וואונטש אז זיי ווערן קרימינאל אויסגעפארשט. די געזעצגעבער זענען געגאנגען ווייטער און האבן היינט פארלאנגט פונעם דעפיוטי אטוירני דשענעראל ראזנשטיין צו צושטעלן פאר קאנגרעס פארשידענע דאקומען פון די קלינטאן אויספארשונג אין א פרואוו צו איבערצייגן אז עס איז געווען איינזייטיג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל