פרעזידענט טראמפ האט היינט אנגעדייטעט אז ער ווייל האלטן אונטער א פראגע צייכן זיינע פלענער איבער סיריע, שרייבנדיג אויף טוויטער ״אן אטאקע אין סיריע קען פאסירן גאר באלדיג, אדער בכלל נישט אין די נאנטע צוקונפט, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך וועל אטאקירן אין סיריע, און ווען איך וועל אטאקירן וועט קיינער נישט וויסן פאראויס דערוועגן. ער האט דאן צוגעלייגט ״מיין אדמינסטראציע האט געמאכט א פאטאסטישע ארבייט צו אויסרוימען אייסיס פון סיריע, פארוואס טוט אונז קיינער נישט באדאנקען״

אין די זעלבע צייט פרעזידעט וולאדימיר פוטין ביי א רעדע אין רוסלאנד גערופן פאר רואיגקייט און איינגעהאלטנקייט, זאגנדיג ״אין א וועלט וואס ווערט מער כאאטיש פעלט זיך אויס מער א שכל׳דיגע און אויסגערעכנטע צוגאנג צו די סיטואציע״ און די קרעמעלין האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז רוסלאנד זוכט צו קאאפערירן מיט אמעריקע און אויסארבייטן דעם קריזיס אינאיינעם אן דעם וואס עס זאל אויסברעכן א קריגס צושטאנד.

ענליכע ווערטער האט מען געהערט פון פארטיידיגונס סעקערטאר מעטיס וועלכע האט געזאגט פאר קאנגרעס אז עס הערשט א געפאר אז אן אטאקע אין סיריע קען פארוואנדלט ווערן אין א פולשטענדיגע קריג צווישן אמעריקע און רוסלאנד, א זאך וואס ער האט געזאגט אז מען דארף פארמיידן פאר יעדן פרייז.

אין די זעלבע צייט קוקט אויס א שטארקע מעגליכקייט אז אן אטאקע וועט קומען פון אנדערע לענדער, מעגליך פון פראנקרייך אדער ענגלאנד, דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואלע מאקראן האט אין די לעצטע טעג אנגעדייטעט אז די פראנצויזישע מיליטער וועט מעגליך באמבאדירן די כעמישע וואפן איינריכטונגען אין סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל