אמסטערדאם – אן ארטאדאקסישער איד וועלכער האט באקומען א דזשאב ביי דעם אנא פראנק הויז אין אמסטערדאם זאגט, אז די איינגעשטעלטע האבן אים געהייסן אויסטאן זיין קאפל. בערל ווינגערלינג איז אנגעקומען זיין ערשטן טאג אלס ארבעטער אין דעם היסטארישן הויז וואו דאס אידישע מיידל אנא האט זיך באהאלטן, און ער איז שאקירט געווארן ווען די איינגעשטעלטע האבן אים געהייסן, אז ער מוז אויסטאן זיין קאפל, זאגנדיג אז זיי ווילן האלטן דאס פלאץ נייטראל, און נישט אריינברענגען דערין קיין שום רעליגיע סימבאלן. דאס האט שטארק שאקירט בערל, און ער האט אריינגעגעבן א פארלאנג ביי די העכערע מענעדזשמענט פון דעם מוזעאום, אבער ער איז דערווייל נאר ערלויבט צו טראגן א דאשיק [א "קעפ"] וואס האט די לאגא פונעם מוזעאום.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל