וואשינגטאן – ווי באריכטעט פרייטאג, האט ארויסגעליעקט די מעמאס פון געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר מייקל פלין צו דער מידיא, קורצליך נאכדעם וואס דער יוסטיץ דעפארטמענט האט עס איבערגעגעבן פאר קאנגרעס. צווישן די פארשידענע אינטערעסאנטע אויפדעקונגען אין די מעמאס, זעט מען אז טראצדעם וואס טראמפ האט זיך אנגענומען און פארטיידיגט זיין געוועזענעם נאציאנאלן זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין, האט ער געברויזט אויף אים און ער האט אויך פארשטאנען אז פלין איז נישט אזא טרויבארער מענטש. קאומי שרייבט אז טראמפ האט אים געזאגט, אז ער איז אויפגעברויזט איבער דעם וואס פלין האט אים נישט גענוג באצייטנס איבערגעגעבן אז פוטין האט טעלעפאנירט און געוואלט רעדן צו טראמפ נאכ'ן איינשווערונג. "דער פארשוין האט ערנסטע אויפריכטיגקייט אישוס", האט טראמפ זיך אויסגעדרוקט פאר קאומי איבער פלין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל