קאבול – אמווייניגסטנס 26 זיכערהייט אפיצירן פון דער אפגאנער רעגירונג, זענען אומגעברענגט געווארן אין א סעריע אטאקעס אויף רעגירונג צענטערן און סטאנציעס לענגאויס אפגאניסטאן אין די לעצטע צוויי טעג. די אפגאנער רעגירונג האט אפיציעל ארויסגעגעבן א באשולדיגונג אויף די טאליבאן, זאגנדיג אז אויסער די אטאקעס אויף די סעקיוריטי אפיצירן האבן טאליבאנער טעראריסטן אויך אטאקירט און פארברענט צוויי שולע געביידעס. דאס פארברענען סקולס איז געווען א באקאנטע טאקטיק פאר די טאליבאן אין די לעצטע צען יאר, אבער לעצטנס האבן זיי עס מער נישט געטאן, וועלנדיג ווערן מער אקצעפטירט ביי פשוט'ע אפגאנער בירגער. למעשה האבן זיי עס יעצט צוריק אנגעהויבן, וועלנדיג געבן דעם איינדרוק אויפ'ן אפגאנער פאלק, אז די רעגירונג טוט נישט גענוג זיי צו באשיצן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל