טויזנטער בערלינער איינוואוינער זענען באפוילן געווארן צו פארלאזן די הייזער אויס זארג פון א אויפרייס ווען א גרופע עקספערטן האבן געארבעט צו נייטראליזירן א מאסיווע באמבע וועלכע איז געבליבן אומאויפגעריסן פונעם צווייטן וועלט קריג, די אמעריקאנער באמבע פון איבער 1000 פונט איז געווען באהאלטן אונטער דער ערד אין הארץ פון בערלין, און דאס נייטראליזירן איז א פארצווייגטע אפעראציע וואס האט פארלאנגט צו עוועקיואירן פילע איינוואוינער און אויך פארקירווערן טרעפיק פונעם געגענט. טראץ וואס עס איז שוין אריבער 73 יאר פון די ענדע פונעם קריג מאכט זיך גאר אפט אז מען טרעפט זיך אן מיט איבערגעבליבענע באמבעס און אמונאציע, מען געפונט א געשאצטע 2000 טאן פון פארבליבענע וואפן יעדע יאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל