די מדינת ישראל לופט-קרעפטן האבן היינט פארטאגס דורכגעפירט אן אינטענסיווע אטאקע אויף א מיליטערישער באזע אין סיריע.

דער עיקר ציל פון דער אטאקע, אין וועלכער פערצן מענטשן זענען אומגעקומען און א צאל אנדערע פארוואונדעט געווארן, איז געווען די 'טיאס' לופט-כוחות באזע טיף אינמיטן סיריע, וואס איז באשאסן געווארן מיט א צאל סאפיסטיקירטע מיסילס, אבער אין דער זעלבער צייט האבן מדינת ישראל קאמפס-פליגערס אטאקירט עטליכע צילן אין דער שכינות'דיגער לבנון.

די ערשטע פארדאכטן זענען געווען אז די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך די פאראייניגטע שטאטן אדער פראנקרייך, ביידע פון וועלכע האבן געווארנט אז דער אסאד-רעזשים וועט באצאלן א פרייז פאר'ן ניצן כעמישע וואפנס קעגן ציווילע מענטשן.

נאך דעם וואס ביידע לענדער האבן געלייקנט אז די אטאקעס זאל האבן געקומען פון זיי, האבן אנגעהויבן ארויסרינען באריכטן צו דער מידיא אז ס'איז געווען מדינת ישראל, וועלכע האט געצילט אן איראנישע דראון פראגראם.

מדינת ישראל האט נישט דירעקט באשטעטיגט די באריכטן, אבער רעאגירנדיג צו באשולדיגונגען פון סיריע און רוסלאנד האט פרעמיער מיניסטער נתני' ווידערהאלט זיין פאליסי פון "אטאקירן די וואס פלאנירן צו שעדיגן" מדינת ישראל.

א קוואל אין דער אמעריקאנער רעגירונג האט באשטעטיגט אז מדינת ישראל האט זי געלאזט וויסן פון פריער וועגן דער אטאקע, אבער א ווארטזאגער פון דעם רוסישן פרעזידענט האט קריטיקירט דעם פאקט וואס מדינת ישראל האט זיך נישט דורכגערעדט מיט רוסלאנד, וועלכע "וועמענס מענטשן וואלטן געקענט אנוועזנד זיין ביים אטאקירטן פלאץ."

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל