נאך א סעריע פון הונדערטער ארעסטן אין דער שטאט דורך אימיגראציע-אגענטן, האט גאווערנאר קאומא געמאלדן אז ער וועט ארויסגעבן אן עקזעקוטיוו באפעל וואס וועט פארבאטן פון דער ICE דורכצופירן ארעסטן אן רשות פון א געריכט.

אין זיין סטעיטמענט האט קאומא אנגעוויזן אז זיי אויפגאבע איז צו באשיצן ניו יארקער בירגער, און די אויפפירונג פון די איי-סי-אי אגענטן דורכאויס די פארגאנגענע חדשים איז געווען "אינדרויסן פון דער געזעצליכער גרעניץ."

אלס טייל פון זיין פלאן וויל דער גאווערנאר עטאבלירן א ספעציעלע אפטיילונג פון לעגאלע עקספערטן, וועלכע וועלן זיין גרייט אראפצוקומען ביי יעדן פאל וואס אימיגראציע אגענטן פירן דורך אן ארעסט, צו אינפארמירן די ארעסטאנטן איבער זייערע רעכטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל