דער פרעזידענט האט נעכטן קלארגעשטעלט אז ער זוכט נישט קיין פארצויגענע שפיל אין די פארהאנדלונגען מיט נארט קארעא און אויב עס שטעלט זיך ארויס אז די געשפרעכן ברענגען נישט די געוואונטשענע רעזולטאטן ווער ער ״ארויסשפאצירן״ פון די געשפרעכן.

דער פרעזידענט האט געמאכט דעם קלארשטעלונג ביי א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ ביי די ענדע פונעם סאמיט וואס ער האט אפגעהאלטן מיט׳ן יאפאנעזער פרעמיער שינזא אבעי וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין זיין מאר-א-לאגא רעזארט אין פלארידע, ווי ער האט צווישן אנדערע איבערגעשמועסט א פאראייניגטע סטראטעגיע איבער נארט קארעא.

ער האט אויך געזאגט אז די באגעגעניש צווישן קים יאנג-אן און דער נאמינירטער סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו איז געגאנגען ווי געוואונטשען און די צוויי האבן אויפגעבויעט א ״גוטע באציאונגען״ וואס שטעלט א גוטע פונדאציע פאר די דירעקטע געשפרעכן וואס די צוויי פירער וועלן אפהאלטן אין עטליכע מאנאטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל