דמשק – פון מיליטערישע קוועלער און מיטל מזרח באריכטן האט מען נעכטן געהערט, אז עטליכע אמעריקאנער מיליטערישע שיפן האבן זיך אנגעהויבן רוקן נאנטער און נאנטער צו די בארטענעס פון סיריע, אין בעפארברייטונג צו א מעגליכע באמבארדירונג פון די אמעריקאנער מיליטער אויף די אסאד רעזשים.

שרייבנדיג די שורות דינסטאג נאכמיטאג, האט פרעזידענט טראמפ נאכנישט געמאלדן זיין באשלוס וויאזוי צו רעאגירן צו די פרישע כעמישע וואפן אטאקע וואס די אסאד רעזשים האט דורכגעפירט, אבער מ'האט געהערט אז דער פרעזידענט האט געקענסלט זיין געפלאנטע באזוך פאר א סאמיט אין פערו, צוליב'ן צושטאנד אין סיריע.

פון פראנקרייך האט מען נעכטן געהערט, אז אויב וועלן זיי אונטערנעמען באמבארדירונגען אויף די אסאד רעזשים, וועט דאס זיין אויף ערטער וואס ווערן פארדעכטיגט אלס פאבריקן פון כעמישע וואפנס, און פון סאודי אראביע און אנדערע לענדער האט מען געהערט, אז זיי זענען גרייט פאר געמיינזאמע שריט מיט אמעריקע.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל