אין אנבליק פון דעם שארפן אויפשטייג אין שנאת ישראל איבער דייטשלאנד, האבן הונדערטער דייטשע נישט-אידן איבער'ן לאנד זיך אנגעשלאסן אין אן אזויגערופענעם 'יארמולקע'-טאג, ווען מענטשן זענען ארומגעגאנגען מיט קאפלעך אויפ'ן קאפ מיט'ן ציל אויסצודריקן סאלידאריטעט מיט דער אידישער באפעלקערונג.

דער מארש איז פאררופן געווארן נאך דעם אינצידענט וואס איז זיך פארלאפן פאריגע וואך, ווען אן אראבישער יוגנטליכער פון מדינת ישראל וועלכער האט זיך פארשטעלט אלס א איד איז אטאקירט געווארן דורך אן איסלאמישן אימיגראנט.

דער יוגנטליכער האט דערמיט געוואלט פעסטשטעלן וואס ער האט פריער געהערט, אז די בערלינער גאסן זענען אומזיכער פאר אידן.

"מיר טארן נישט דערלויבן אנטיסעמיטישן זיך ווידעראמאל צו באזעצן אין דייטשלאנד," האט דער אויסערן מיניסטער, הייקאו מאס, אין א געשפרעך מיט דער פרעסע בשייכות דעם 'בערלין-טראגט-קאפלעך' טאג דערקלערט צו דער פרעסע.

 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל