דמשק – נעכטן האט מען געהערט פון דער אמעריקאנער יו-ען אמבאסאדארשע, ניקי העילי, וועלכע האט קאטעגאריש דערקלערט אז אמעריקע איז גרייט דורכצופירן באלדיגע פרישע באמבארדירונגען, אויב אסאד וועט זיך וואגן נאכאמאל צו נוצן כעמישע וואפנס קעגן זיינע אומשולדיגע בירגער. העילי האט אויך קלארגעשטעלט אז אמעריקע איז גרייט צו פארבלייבן מיט אירע טרופן אין סיריע, ביז ווילאנג די סיטואציע מיט אייסיס איז פאראיבער. באזונדער האט העילי געזאגט, אז פאר אמעריקע איז א הויפט פריאריטעט צו פארזיכערן אז איראן פארכאפט נישט קאנטראל פון סיריע. העילי האט אויך געמאלדן אז מען וועט היינט ארויפלייגן סאנקציעס אויף רוסלאנד, צוליב זייער הילף פאר דעם ברוטאלן אסאד רעזשים.

אנטוויקלונגען ארום סיריע סיטואציע
איראן
אמעריקע
יונייטעד נעישאנס
כעמישע וואפן
מיטל מזרח
ניקי העילי
סיריע
ענגלאנד
פון דער יוד
פראנקרייך
קריג
הוסף רשומת תגובה