לאנדאן – די בריטישע און אמעריקאנער רעגירונגען האבן נעכטן ארויסגעגעבן א זעלטענעם געמיינזאמען סטעיטמענט, אין וועלכע זיי האבן געווארנט אז רוסלאנד פירט דורך העקערייען אויף אמעריקאנער און בריטישע רעגירונגס אגענטורן, פירמעס און וויכטיגע אינפראסטרוקטור, צו שפיאנירן און צו רויבן וויכטיגע אינפארמאציע. די ווארענונג לויטעט ספעציפיש אז די רוסישע העקערס כאפן זיך אריין אין "ראוטערס" פון קאמפיוטערס, וואס דאס ערלויבט די העקערס צו העקן צענדליגער, און אפילו הונדערטער, קאמפיוטערס אויפאמאל, נעמליך, אלע קאמפיוטערס וואס זענען פארבינדן צו דעם איינעם ראוטער. אין דער ווארענונג זאגן ביידע רעגירונגען, אז ביזנעסער און רעגירונגס אגענטורן זאלן זיכער מאכן צו "אפדעיטן" זייערע סערווערס און ראוטערס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל