500 דאלאר פאר א פאריזער עפל
קאלאראדא — אן אמעריקאנער פרוי וועלכע איז צוריקגעקומען פון א לענגערן טייערן באזוך אין פאריז, פראנקרייך, האט געדארפט באצאלן פאר אן עפל אזויפיל ווי פינף הונדערט דאלאר! דאס האט פאסירט ווען די פרוי איז אריינגעקומען צוריק קיין אמעריקע, אין א לופטפעלד אין קאלאראדא, און ווען זי איז אריבער די קאסטומס פראצעדורן, האבן איר די קאסטומס אגענטן איינגעמאלדן אז זי וועט דארפן באצאלן 500 דאלאר שטראף געלט, ווייל זי האט אריינגעברענגט אן עפל פון פאריז, וואס די קאסטומס נעמען זייער הארב נישט אריינצוברענגען סיי וועלכע געוויקסן, פרוכט און גרינצייג פון אויסלאנד, ווייל עס קען אנטהאלטן ווירוסן. אויסער דעם האט די פרוי פארלוירן איר "גלאבאלע ענטרי סטאטוס", וועלכע איז געצילט צו פארגרינגערן אריינצוקומען פון אויסלאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל