סאוט קעראליינע – א גענג-פארבינדעטע ראיאט וועלכע האט אויסגעבראכן איבערנאכט אין א טורמע אין סאוט קאראליינע, האט געפירט צו זיבן טויטע ארעסטאנטן, זייענדיג די טויטליכסטע טורמע ראיאט זינט יאר 1993. די טורמע באשטייט פון פופצן הונדערט ארעסטאנטן, און 44 גארדס זענען געווען זונטאג איבערנאכט ביי דער ארבעט, ווען די ראיאטן און געשלעגן האבן אויסגעבראכן צווישן צוויי קעגנערישע קרימינאלע באנדעס וועלכע אפערירן אין דער טורמע, און מיטגלידער פון ביידע באנדעס האבן זיך געשלאגן מיט פרימיטיווע מעסערס און אנדערע וואפנס. די וועכטער האבן ערשט געווארט 4 שעה בעפאר'ן זיך בכלל אריינמישן און פרובירן צו ברענגען דעם צושטאנד אונטער קאנטראל, און ביי דער ענדע זענען געווען 7 טויטע, און ארום צוואנציג שווער פארוואונדעטע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל