וואשינגטאן – מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג ווערט קלארער און קלארער, אז עריק האלדער, געוועזענער אטוירני דזשענעראל אונטער פרעזידענט אבאמא, פלאנירט צו לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2020 אויף דער דעמאקראטישער ליניע. האלדער איז געסקעדזשועלט אויפצוטרעטן ביי דער יעצטיגער "פאליטיקס ענד עגס" פארזאמלונג אין ניו העמפשיר, וואס א רעדע ביי די סארט פארזאמלונג איז אין פארגאנגענע יארן געווען אן אנדייטונג אז עמיצער פלאנירט צו לויפן, אריינגערעכנט טראמפ, פרוי קלינטאן, טעד קרוז און דזשאן קעיסיק, וועלכע האבן אלע גערעדט צו דער פארזאמלונג אין יאר 2015.

האלדער אליינס באהאלט נישט זיין ווילן צו לויפן פאר פרעזידענט, זאגנדיג אין אן אינטערוויו דינסטאג נאכט, אז ער קלערט ערנסט צו לויפן פאר פרעזידענט, אבער האט נאכנישט געמאכט אן ענדגילטיגע באשלוס. ער האט שוין געזאגט אין מערץ אז ער וועט נאר לויפן, אויב האלט ער אז ער קען "פאראייניגן דאס גאנצע לאנד קעגן פרעזידענט טראמפ".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל