וואשינגטאן – טראוועל אינדוסטריע עקספערטן האבן זיך צוזאמגעזעצט פאר א טוריזם סאמיט אין בערלין, דייטשלאנד, וואו עס איז ארויסגעברענגט געווארן צווישן אנדערן, אז אמעריקאנער טוריזם ליידט אין די לעצטע פאר יאר פון פארשידענע פראבלעמען, וואס ברענגט אז אין דער צייט וואס אין אנדערע לענדער שטייגט דער צאל אויסלענדישע טוריסטן, איז עס אין אמעריקע נישט אזוי שטארק געשטיגן. פרישע ציפערן צייגן אז אינטערנאציאנאלע רייזעס קיין אמעריקע איז געפאלן מיט גאנצע פיר פראצענט אין לויף פון יאר 17', און אין דער זעלבער צייט איז אינטערנאציאנאלע פלי רייזעס צו אנדערע אנטוויקלטע לענדער געשטיגן מיט איבער זיבן פראצענט. דעמאקראטישע פאליטישאנס באשולדיגן פרעזידענט טראמפ'ס פאליסיס אין די נעגאטיווע ציפערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל