ווארשא – א הויכראנגיקער פוילישער רעגירונג באאמטער האט מודה געווען, אז עס הערשט אן אנגעצויגנקייט צווישן די פוילישע און די אמעריקאנער רעגירונגען, אלס רעזולטאט פונעם קאנטראווערסיאלן נייעם האלאקאוסט געזעץ. אויסערן מיניסטער יאזשעק זשאפוטאוויטש זאגט, אז עס זענען אמת די באריכטן אז די טראמפ אדמיניסטראציע ברויזט אויף פוילן איבער'ן געזעץ, אבער לויט זשאפוטאוויטש זענען פאלש די באריכטן וואס זאגן אז אמעריקע טראכט פון ארויפשטעלן סאנקציעס. דעם מעסעדזש וואס זיי האבן באקומען פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, זאגט זשאפוטאוויטש, איז געווען אז די טראמפ אדמיניסטראציע וויל זיך אראפזעצן מיט פארשטייער פון דער פוילישער רעגירונג, און זען וואספארא לעזונג מען קען אויפקומען, צו ענדיגן די אנגעצויגנקייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל