קענסאס – א געוועזענער עקזעקוטיוו פון א גרויסן אימיוזמענט פארק אין קענסאס, איז אנגעקלאגט געווארן מיט פארנאכלעסיגונג קלאגעס, אין פארבינדונג צו א קינד וועלכע איז אומגעקומען אויף א גליטשער. דער אינצידענט האט פאסירט מיט צוויי יאר צוריק זומער, אין א פארק אין קענסאס, אויף א גליטשער וועלכע ווערט באצייכנט אלס די וועלט׳ס העכסטע גליטשער, ווען די מענטשן ווערן אראפגעווארפן זיבעצן שטאק! דאס קינד איז געווען א זון פון סקאט שוואב, א לאקאלער סטעיט פאליטישאן אין קענסאס, און די פאמיליע האט געוואלט קלאגן די פארק פירערשאפט איבער דער טראגעדיע. די פארק האט מסכים געווען צו געבן צוואנציג מיליאן דאלאר פאר דער פאמיליע, אין אויסטויש אז די פאמיליע וועט נישט קלאגן אין געריכט. אצינד איז דער געוועזענער פארק עקזעקוטיוו טיילער מילס געקלאגט געווארן דורך די אויטאריטעטן, נאכ'ן אויפדעקן זיכערהייט פארנאכלעסיגונג אינעם פארק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל