איסטאנבול – א נייער באריכט פון "יו-ען" דעטאליזירט פארשידענע מענטשן רעכט פארלעצונגען אין טערקיי, און רופט די טערקישע רעגירונג, צו ברענגען אן ענדע צום "סטעיט אוו עמורדזשענסי" סטאטוס, וואס איז שוין אין אפעקט דארטן פאר איבער צוואנציג מאנאטן. די סטעיט אוו עמורדזשענסי איז צום ערשט אריין אין קראפט נאך דעם דורכגעפאלענעם מיליטערישם פוטש קעגן פרעזידענט ראסיפ ערדואן, אבער זינט דאן האט עס שוין ערדואן נאכאנאנד פארלענגערט, אויסנוצנדיג די געלעגנהייט צו ארעסטירן טויזנטער פון זיינע פאליטישע קעגנער. דער יו-ען באריכט ברענגט ארויס אז זינט דער סטעיט אוו עמורדזשענסי דעקלעראציע, זענען שוין געווארן 160,000 ארעסטירט און 152,000 רעגירונג ארבעטער ארויסגעווארפן פון זייערע אמטן, אינאיינעם מיט א מידיא אונטערדרוקונג קאמפיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל