כינע – רייזנדע אויף א שאסיי אין האנדאן, כינע, האבן אויפגעכאפט א מאדנע זאך, ווען זיי האבן געזען וויאזוי א גענצליך פארברענטע אויטא פארט אויפ'ן שאסיי. אין אנהייב האבן זיך מענטשן געזארגט אז דער קאר איז מעגליך איינגעהילט פונדרויסן אין פלאמען און דער דרייווער ווייסט אפילו נישט, אבער נאך אפאר סעקונדעס באאבאכטן, האבן זיי געזען וויאזוי דער קאר ברענט בכלל נישט, נאר ס'איז פשוט אן אלטע קאר וועלכע האט אפגעברענט, און דער אייגנטימער האט אריינגעשטעלט א פרישן מאטאר און פרישע רעדלעך, און דרייווט עס ארום, שאקירנדיג צושויער און שאפנדיג סענזאציעס וואו אימער ער פארט נאר פארביי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל