שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך. אונזערע אלע זיידעס וועלן אייך וויסן צו זאגן ווי אזוי אין דער אלטערהיים זענען כמעט אלע חתונות פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג.

עס פלעגט ארבייטן ווי פאלגענד, ערב שבת נאכמיטאג האט מען געשטעלט חופה אין די שוהל הויף, מען האט אפגעראכטן די חופה און דער רב איז געווען מסדר קידושין. שפעטער ביינאכט האט מען געגעסן די געווענליכע סעודת שבת קודש, אבער וויבאלד עס איז געווען א חתונה, האט מען אריבערגערופן די שכנים און נאנטע פריינד און עס איז געווען פרייליך.

אין געוויסע ערטער האט מען יא געהאט אביסל כלעזמער פרייטאג נאכמיטאג נאך די חופה, און ווי א עלטערער איד א אוד מוצל מאש דערציילט אונז: "דער זאל איז געווען אזוי קליין, אז די כלעזמער האבן נישט געהאט וואו אריינצוקומען, און זיי האבן געדארפט שפילן שטייענדיג אינדרויסן, ווען די פייפערס זענען גענייגט צו די פענסטערס אזוי אז מען זאל גוט אריינהערן די כלי נגינה".

דער שרייבער פון די שורות האט זיך שוין אמאל באטייליגט ביי א מוצאי שבת'דיגע חתונה וואס איז פארגעקומען אין א זאל אין בארא פארק, עס איז געווען א ווינטער'דיגע מוצאי, ווען עס איז געווען גענוג צייט, יעדער איז געקומען באצייטענס, קיינער האט זיך נישט געיאגט צו דער ארבייט, און יעדער איז געווען אין די גיסטע צו עסן און זיך מיטפרייען מיט די שמחה.

אין קראונהייטס איז אבער די פארלאפענע ערב שבת פארגעקומען א פרישע דורכבראך, ווען עס איז געפראוועט געווארן א חתונה פרייטאג נאכמיטאג צום שיין פון די זון! דאס איז אייגענטליך שוין די צווייטע מאל אין די לעצטע זיבן יאר וואס עס קומט פאר א חתונה פרייטאג אין קראונהייטס, און האפענטליכט ווען עס ווערן מער און מער און עס וועט זיין החזרת עטרה ליושנה. א חתונה פרייטאג איז זייער פראקטיש, די קינדער קומען סיי ווי אהיים פריער פון חדר, מען טוט זיך סיי ווי אן שבת'דיג, נו, גייט מען צו די חופה, דערנאך גייט מען דאווענען און דערנאך צוריק צו די סעודת החתונה.

פון א פינאצינעלע 'קוק ווינקל' איז דאס אויך א געשמאקע זאך, ווייל שבת מאכט מען דאך סיי ווי א סעודה, נו, מאכט מען א שענערע און גרעסערע סעודת החתונה וואס מען קען אריינציען אויף אויף א שיינע שבע ברכות מוצאי שבת-חתונה. פארלאפענע מאל וואס עס איז פארגעקומען א חתונה פרייטאג אין קראונהייטס איז געווען מיט פיר יאר צוריק, ווען א חתן רפאל כהן איז אפגעהאלטן געווארן אינעם לופט פעלד אויפן וועג צו זיין חתונה, און האט פשוט נישט געקענט אנקומען באצייטענס צו זיין אייגענע חתונה, ער איז אנגעקומען דאנערשטאג נאכט און די חופה איז געשטעלט געווארן פרייטאג.

ביי די חופה פארלאפענעם פרייטאג זענען געגאנגען אונטער די חופה דער חתן שניאור גופין מיט די כלה לבית מינקאוויטז. דער באקאנטער איש חסיד הרה"ח ר' אברהם אהרן רובאשקין הי"ו איז געווען א זיידע פון די כלה און א פעטער פון די כלה הרב שלום מרדכי רובאשקין איז מכובד געווארן מיט א ברכה אונטער די חופה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל