קאליפארניע – די סטעיט סענאט קאמיטע אין קאליפארניע, האט גענומען אן אומלעגאלע אימיגראנטקע פאר א הויכע פאזיציע, זייענדיג די סאמע ערשטע סטעיט צו געבן אזא סארט פאזיציע פאר עמיצן וואס איז אפיציעל אריינגעקומען אין אמעריקע אומלעגאל. די רעדע איז פון ליזבעט מאטעא, וועלכע איז געבוירן אין מעקסיקא, און אירע עלטערן האבן איר אריינגעברענגט אין אמעריקע בשעת זי איז געווען פערצן יאר אלט – וואס דעריבער האט זי נאך לעגאל געהייסן דאן א קליין קינד און זי פאלט אונטער די קאטעגאריע פון א "דאקא" אימיגראנט, וועלכע קענען דערווייל נישט ווערן דעפארטירט, וויבאלד זיי ווערן באשיצט אונטער'ן דאקא געזעץ. מאטעא האט באקומען די פאזיציע אנצופירן א קאמיטע וועלכע העלפט ארויס די קאליפארניע סטעיט סענאט מיט ערציאונג אישוס – און עס איז א ווייטערדיגע שריט פון קאליפארניע צו צייגן אז זיי זענען א "סענקשוערי סטעיט" און טוען באשיצן אימיגראנטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל