דמשק – נאכפאלגענדיג א סעריע כעמישע וואפן אטאקעס קעגן אומשולדיגע סירישע בירגער, און די מאסיווע באמבארדירונגען אויף ציווילע איינוואוינער אינעם ארטיגן גועטא ראיאן, ווערט באריכטעט אז די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט מעגליכע פרישע מיליטערישע שריט קעגן דעם אסאד רעזשים – מעגליך נאך א באמבארדירונג ווי די מיסיל אטאקע אויף דער סירישער מיליטערישער באזע פאראיאר. דער "וואשינגטאן פאוסט" באריכטעט, אז פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס איז אויסגעשפראכן קעגן סיי וועלכע פרישע מיליטערישע שריט, אבער עיטש אר מעקמעסטער, טראמפ'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, שטיצט פרישע שריט, און דערווייל איז נישט קלאר וואס טראמפ וועט באשליסן. אין אנדערע סיריע נייעס, האט מען געהערט אז דער סירישער רעזשים האט קאנפיסקירט וויכטיגע מעדיצינישע געצייג פון יו-ען טרעקלעך וועלכע זענען אריינגעלאזט געווארן אין די באמבארדירטע געגנטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל