אן אויסשטעל וואס וועט דעם פרייטאג אפגעהאלטן ווערן אין דענווער, קאלאראדא, וועט ארייננעמען צוויי שטיקלעך פון די מגילות ים המלח וואס זענען קיינמאל פריער נישט געוויזן געווארן פאר דער עפנטליכקייט.

דער דענווער-אויסשטעל נעמט אריין א צאל ארכאלאגישע אוצרות פון זמן הבית ביז דער תקופה פונעם בר-כוכבא רעוואלט, וואס האט זיך אפגעשפילט מיט ארום צוויי-הונדערט יאר נאך חורבן בית שני.

צווישן אנדערן, וועלן דארט ארויסגעשטעלט ווערן צוואנציג פון די מגילות ים המלח, אריינגערעכנט צוויי וואס זענען קיינמאל פריער נאכנישט ארויסגעשטעלט געווארן. דער ערשטער מגילה-טייל רעדט פון הלכות טהרה און דער צווייטער, מיט'ן נאמען 'מוסר למבין', באשטייט פון מוסר געשריבן אויף אן ענליכן נוסח ווי דעם ספר משלי. די ספרים זענען געשריבן געווארן אינמיטן תקופת בית שני, אבער ס'איז נישט קלאר ווער ס'האט זיי מחבר געווען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל