אקטיוויסטן פאר דער וואוילזיין און זיכערהייט פון שטאטישע דירה-קאמפלעקסן האבן זיך געוואנדן צום געריכט מיט א פארלאנג דורכצופירן אונטערזוכונגען פאר בליי ('לעד') אין שטאטישע דירות.

דער פארלאנג קומט נאך א לענגערער צייט פון טענות, אז די האוזינג אויטאריטעט איגנארירט זיכערע באריכטן וועגן דער אנוועזנהייט פון דעם שעדליכן בליי כעמיקאל אין מערערע דירות.

די גרופע וויל יעצט אז א ריכטער זאל צווינגען די שטאטישע דירה-אויטאריטעט דורכצופירן אינספעקציעס אויף אלע דירות אין וועלכע עס וואוינען קינדער ביז אכט יאר אלט, פאר וועמען בליי איז באזונדערס שעדליך.

א שטאטישע אויספארשונג האט שוין פריער אויפגעדעקט, אז די האוזינג אויטאריטעט האט אפגעזאגט טויזנטער פארלאנגען פאר אזעלכע אונטערזוכונגען און דאן פאלש איינגעמאלדן פאר דער פעדעראלער רעגירונג אז די אינספעקציעס זענען יא דורכגעפירט געווארן.

בילד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

1 תגובות

  1. ס׳איז דא א זאך וואס הייסט א ווערטערבוך. איר זאלט זיך אמאל באנוצן מיט איינעם, וואלט איר געוווסט אז 'לעד' אויף יידיש איז טייטש בלעך.

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל