פרעזידענט טראמפ האט זיך געגרויסט אין די עפנטליכקייט אז ער האט סתם געשאסן ציפערן פאר׳ן קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דשאסטין טרודאו ביים דיסוקטירן די האנדלס דעפעציט צווישן אמעריקע און קאנאנדע, און ער האט געזאגט אז קאנאדע האט א סורפלוס פון עקספארט קיין אמעריקע, טראץ וואס ער האט נישט געהאט קיין אהנונג אויב דאס איז טאקע ריכטיג.

לויט די אפיציעלע ציפערן פון די דעפארטמענט אף קאמערץ טוט אמעריקע אין פאקט פארמאגן א סורפלוס ווען עס קומט צו האנדל מיט קאנאדע, אין 2017 האט אמעריקע עקספארטירט קיין קאנאדע מיט איבער 2.8 ביליאן דאלער מער ווי קאנאדע האט עקספארטירט קיין אמעריקע.

טראמפ האט געמאכט די קאמענטארן ביי א רעדע וואס ער האט געגעבן ביי א פאנד רעיזינג אין מיזורי נעכטן ביינאכט, און האט דערביי געטריבן שפאס פון טרודאו און נאכגעמאכט זיין שטימע וויאזוי ער האט געזאגט ״ניין, דאנעלד, מיר האבן נישט קיין האנדלס דעפעציט מיט אמעריקע״ און טראמפ האט אים דערויף געענטפערט אז ער איז נישט גערעכנט, ״טראץ וואס איך האט נישט געהאט קיין אהנונג״ האט טראמפ געזאגט.

טראמפ האט שפעטער פארציילט אז ער האט געשיקט זיין שטאב נאכקוקן, און זיי האבן געזאגט אז אויב מען רעכנט אריין די ענערגיע סעקטאר און טימבער האלץ דאן פארמאגט קאנאדע א סורפלוס, אבער דער פרעזידענט האט אריינגערעכנט אין דעם בלויז פראדוקטן און נישט סערוויסעס וואס אויב מען רעכנט דאס אויך אריין פארמאגט אמעריקע א באדייטנדע סורפלוס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל