וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א פרעזידענטליכע פארארדענונג, אנצוהייבן דעם פראצעדור פון ארויפשטעלן גאר הויכע אימפארט שטייערן אויף אייזן און אלומינום וואס קומט אריין קיין אמעריקע פון אנדערע לענדער. דער פרעזידענט האט איינגעלאדנט עקספערטן, פירער און ארבעטער פון דער אמעריקאנער אייזן אינדוסטריע, און יעדן געגעבן א שאנס אויפצוטרעטן מיט קורצע קאמענטארן. זיי האבן זיך אלע באדאנקט פאר'ן פרעזידענט, זאגנדיג אז דער שריט וועט ראטעווען אמעריקאנער דזשאבס.
הוסף רשומת תגובה