די עסטרייכישע רעגירונג האט אהיימגערופן אן אנגעשטעלטן פון איר אמבאסאדע אין מדינת ישראל, נאך דעם וואס יענער האט פארעפנטליכט א בילד פון זיך אין א העמד מיט אן אויפשריפט פון א נאצי-טאנק באטאליאן.

דער אנגעשטעלטער, יארגאן מיכאאיל קלעפפיש, איז א מיטגליד פון דער רעכטער 'פרייהייט פארטיי', וואס איז א טייל פון דער עסטרייכישער רעגירונג.

דאס עסטרייכישע אויסערן מיניסטעריום האט געמאלדן אז זי האט אהיימגערופן קלעפפיש כדי ער זאל דערקלערן דעם פשט פון דעם בילד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל